קאנטאקטן
Kontakt - ייִדיש
שוועדישע קאנסומער אגענטור/קאסומער אמבודסמאן
אדרעס: Tage Erlandergatan 8A, Karlstad
פאסט אדרעס: Box 48, 651 02 Karlstad
+46 (0)771 - 42 33 00 :טעל
+46 (0)54 - 19 41 95 :פעקס
שטונדן: מאנטאג-פרייטאג, 08.00-16.00
די שוועדישע קאנסומער אגענטור איז א רעגירונגס אגענטור. דאס באדייט אז אלע דאקומענטן וואס איר
שיקט צו די נאציאנאלע קאנסומער אגענטור ווערט עפענטליכע דאקומענטן וואס קען פארלאנגט ווערן און
געלייענט דורך די פובליק.
אייער רעכט צו אייער שפראך
אלע מיטגלידער פון די נאציאנאלע מיניאריטעטן האבן די רעכט צו נוצן זייער שפראך אין פארבינדונגען מיט
אויטאריטעטן. די בראשור "אייער רעכט צו אייער שפראך" גיבט צו פארשטיין אייערע שפראך רעכטן
וואס איר האט אין וואס איר קענט פארלאנגען פון אייער מוניציפאליטעט און אגענטורן.
לייענט די בראשור "אייער רעכט צו אייער שפראך" ביי די אינסטיטוט פאר שפראך און פאלק קולטור וועבסייט
קאנסומער אינפארמאציע
Hallå konsument
Hallå Konsument איז א נאציאנאלע אינפארמאציע סערוויס קאארדינירט דורך די נאציאנאלע קאנסומער
אגענטור. דא קענט איר קומען מיט פראגעס ווען איר קויפט א פראדוקט אדער סערוויס און עפעס איז ניש
געגאנגען ווי עס דארף, פראגעס איבער קאנטראקטן, קלאגעס און אויסהאלטנדע באנוץ.
קאנסומער אינפארמאציע און ראט איבער Hallå Konsument
די אייראפעאישער קאנסומער
די אייראפעאישער קאנסומער צענטער שטעלט צו אינפארמאציע און ראט ווען איר האנדעלט מיט אנדערע
לענדער אינערהאלב די EU, ווי אויך נארוועגיע און אייסלאנד.
קאנסומער אינפארמאציע און ראט אויף די אייראפעאישער קאנסומער וועבסייט
לאקאלע רעגירונג קאנסומער ראט און בודזשעט און חובות ראט
מערסטנס שוועדישע מוניציפאליטעטן שטעלן צו קאנסומער אינפארמאציע פאר זייערע איינוואוינער. אלע
לאקאלע אויטאריטעטן זאלן צושטעלן ראט איבער פערזענליכע פינאנץ טעמעס פון בודזשעט און חובות
ראטגעבער.